Folgen
-
המשך מעלת השגת התורה. נישט נאר איז פארשטיין תורה העכער פון אלע מצוות, נאר האט אויך די חשיבות פון אלע מצוות אליין - סיי מזון און סיי לבוש. א סיפור פונעם צמח צדק ווי ער העלפט און באַפרייט אַן עגונה דורך תורה לשמה. אַן עובדא פון א תלמיד פון מגיד ביי די מתנגדים. דער אלטער רבי ענטפערט פארוואס ער גייט אויף מעזריטש און נישט צו ווילנא וואס איז פיהל נענטער. ר' שמואל מונקעס כאַפט א היטש קיין ליאזשנע און לערנט א הוראה אין עבודת השם. א ליטווישע רב האט קשיות אין חסידות. ר' יואל כהן'ס שיעורים אין די ליטווישע קרייזן און א בחור'ל וואס קומט צוריק צום חסידישן אָפּשטאַם - ווייל ישראל ואורייתא וקובּ"ה כולא חד. דער אינגערמאן וואס האט געלערנט פאר די קעצעלע. סיכום און איבערזיכט אויף פרק ה'.
-
לית מחשבה תפיסא בי' - דעם אויבערשטן קען מען נישט תופס זיין. אבער דורך תורה קען מען אים יא תופס זיין. דער שכל איז תופס און מקיף דעם מושכל וואס איז מלובש אינעם שכל. אזוי אויך איז דער שכל אנגעטוהן און ארומגענומען מיטן מושכל. א דבר תורה/הלכה איז דעם אויבערשטענס רצון אפילו אויב ס'איז לכאורה קיינמאל נישט נוגע. דאס איז א יחוד וואס איז נישט פארהאן איר גלייכן. די מעלה פון פארשטיין לערנען און השגת התורה איבער אלע אנדערע מצוות אריינגערעכנט דיבור אין תורה. אלע מצוות זענען לבושים פאר די נשמה אבער תורה איז די מזון - אויב מ'לערנט תורה לשמה.
-
Fehlende Folgen?
-
איבערזיכט אויף פרק ד' אין קורצן. די צעהן בחינות פון נפש מיט אירע דריי לבושים פון תורה ומצוות. די מעלה פון די לבושים. דער בעש"ט זי"ע היילט א איד בגשמיות דורך זיין רוחניות. א מיליאן דאלער דיעל - מיט נאך צעהן סענט. וויאזוי טאקע קען א מוגבל'דיגער נברא זיך מדבק זיין מיט'ן בורא וואס איז אין סוף. סדר השתלשלות - אזויווי וואסער - פון תורה. יפה שעה אחת בתשובה. דער חסיד וואס איז אוועק פון צופיל אתכפיא. ר' יחיאל המלמד און זיינע דאגות. צוויי נשמות טרעפן זיך אויפן וועג. די מעשה פונעם מהר"מ מ'רוטנבורג און די אויספיר פון ר' הילל פּאַריטשער. דער סוחר פארט אויף לייפציג דורך פראנקפורט. מעין עולם הבא/הזה אין מירון.
-
די לבושים - דהיינו מחשבה דיבור ומעשה פון תורה ומצוות - זענען די חכמה און רצון פונעם אויבערשטן אליינס. ער מיט זיין חכמה און ווילן זענען דאך איינס. ער האט קאנצעטרירט חכמתו ורצונו אין תורה ומצוות. תורה איז געגליכן צו וואסער וואס דאס אליינס - נישט א שיין אדער אָפּשפיגעלונג - קומט אראפ פון די הייעך צו נידריגערע ערטער. פאר דעם איז בעסער א שעה תשובה ומעשים טובים אויף די וועלט פון גאנץ עולם הבא. אפילו ס'איז 'נאר' מלובש אין גשמיות, איז עס ווי איינער נעמט ארום - און ווערט ארומגענומען פון - דעם קעניג אליינס כאטש די קליידער זענען מפסיק.
-
מער איבער דעת. די משפיעים פארציילן איבער'ן דארפסמאן. דער רבי רש"ב פרעגט דעם טאט'ן דער רבי מהר"ש אן ענין אין עבודת ה'. דער דיאגנאזיע פונעם פסיכיאטער אויפ'ן אלטן רבי'ן אין תפיסה. דער רבי מהר"ש ענטפערט א חסיד אלץ קינד. החסיד ר' בנימין קלעצקער אינעם פאבריק אין מאסקווע. דריי טעותים וואס די וועלט האט. דער בארדיטשוב'ער שפרינגט ארויף אויפ'ן טיש. החסיד ר' שמואל מונקעס האט נישט קיין טענות אנטקעגן די רביצין. איבערזיכט אויף פרק ג' בקיצור. די צען בחינות פון די נשמה קדושה וואס קומען פון די עשר ספירות עליונות זענען איינגעטיילט אין צוויי - שכל און מדות. דער אפטייטש פון חכמה בינה און דעת.
-
עובדא פון אלטן רבי'ן מיט ר' משה ווילענקער. סטודענטן ביי ליובאוויטשער רבי'ן ווילן וואוסן וואס איז דאס די נשמה. א ווארט פונעם רבי'ן רש"ב. א ווארט פונעם רבי'ן ריי"צ בשם זיין טאטן. דער מעזריטשער מגיד און זיין זוהן רבי אברהם המלאך. איבערזיכט אויף פרק ב' בקיצור. די צווייטע נפש פון יעדע איד. חלק אלוק ממעל ממש. ישראל עלו במחשבה. בנים למקום. שורש פון אלע נשמות זענען פון איין מקור כאטש וואס זיי קומען אראפ אין פארשידענע מדריגות. סדר השתלשלות. משל און קשר פון טאט'ן און קינד. די קשר פון א איד מיט די צדיקים פונעם דור. דער לבוש פון א נשמה.
-
דער סדר השתלשלות וואס די נשמה גייט אריבער. וואס זענען די פיר וועלטן אבי"ע אין קבלה - און די טייטש פון אצילות בריאה יצירה און עשיה. וויאזוי יעדע נשמה ווערט אנדערש אפעקטירט פון דער ירידה אינעם גוף. דער נמשל וויאזוי דער נשמה איז צוגעגליכן צום שייכות און שטענדיגער קשר פון טאט'ן און קינד. די שייכות פון יעדן איד צו די תלמידי חכמים פונעם דור. סיכום פונעם משל און נמשל.
-
קען מען ווערן אנגערופן א צדיק אויב מען האט נאר עובר געווען אויף ווייניג עבירות. וואס מיינט א בינוני. וויאזוי האט רבה זיך געהאלטן פאר א בינוני. וואס האט אביי געטענה'ט אז רבה לאזט נישט קיינעם לעבן. אפשר האט זיך רבה געהאלטן קליין. פון די מעשה פון רב המנונא מיט אליהו הנביא זעהט מען לכאורה אנדערש ווי מען האט געלערנט.
- Mehr anzeigen