Folgen
-
די מיסטעריע פון א בריוו וואסבין לאדין האט מיט איבער 20 יאר צוריק געשריבן און געניסט יעצט פון גרויס פאפולאריטעט אין דער סאושעל-מידיא וועלט
-
צוויי מאכטפולע אמעריקאנער 'עירקרעפט קעריערס' שווימען ארום די וואסערן פונעם מיטלענדישן ים. וואס איז די גדולה מיט די דאזיגע ריזיגע שיפן און וואס איז זייער תפקיד אויף דער וועלט?
-
Fehlende Folgen?
-
ווען און וויאזוי האט זיך אנגעהויבן דער היינטיגער איסלאמישער אנטיסעמיטיזם? א בליק איבער'ן מאדנעם שותפות צווישן לינקע ליבעראלן און ראדיקאלע מוסולמענער
-
די מלחמה מיט כאמאס פלאקערט נאך, אבער די שמועסן ווער ס'זאל נאך דעם איבערנעמען די שליטה אויף דעם פלאץ האבן זיך שוין אנגעהויבן. וואס זענען די ברירות און ווער וויל וואס?
-
קאנגרעס האט געשטימט צו 'סענשורן' די איסלאמישע מישיגען-קאנגרעספרוי ראשידא טאליב, צוליב א סלאגאן וואס זי האט פארעפנטליכט. וואס מיינט א 'סענשור' און פארוואס איז קאנגרעס אזוי בייז אויף טאליב'ס ווערטער?
-
די גדולה מיט אן אטאקע פון תימן וואס איז אפגעשטעלט געווארן אין ספעיס: די געשיכטע פונעם מיסיל וואס פליט אזוי הויך ווי סאטעליטן און לאזט זיך נישט כאפן און אראפשיסן.
-
אלעס וואס איז פאראן אויף דער יבשה געפינט זיך אויך אין ים, און אויף א פילפאכיג-גרעסערן פארנעם. — א שפאציר אויף דעם העכסטן בארג און מאכטפולסטן וואסערפאל אין די טיפענישן פונעם אקעאן.
-
די שפאנונג צו א לאנג-ערווארטערער רעדע פון כעזאבאלא'ס פירער האט זיך געענדיגט מיט גארנישט. וואס האט מען געטראכט גייט נאסראלא זאגן און פארוואס פילט כאמאס אזוי פארראטן?
-
די 'כוטיס' פון תימן האבן זיך אריינגעמישט אין דער מלחמה וואס מדינת ישראל פירט מיט כאמאס. ווער זענען די מענטשן און וויאזוי זענען זיי פארבינדן מיט דעם קאנפליקט?
-
דער זעקס-עקיגער שטערן איז דורות-לאנג געווען באטראכט אלס אידישער סימבאל, און די נאציס ימ"ש האבן אים געניצט אין דעם לעצטן חורבן. דער מקור פון דעם סימבאל איז אבער פארשלייערט אין מיסטעריע, מיט א מעגליכקייט אז ס'קומט בכלל נישט פון אידן.
-
די מערב-וועלט טענה'ט אז כאמאס פארטרעט נישט די פאלעסטינער. אבער ווער זענען די פאלעסטינער אראבערס? פון וואו שטאמען זיי, און וואס איז דער פשט פונעם נאמען 'פאלעסטינער' בכלל?
-
טערקיי פייערט אירע 100סטן געבורטסטאג זינט זי איז געווארן א זעלבסטשטענדיג, דעמאקראטיש לאנד, אבער לויט אלע סימנים ריקט זי זיך אלץ נאנטער צו אן איסלאמישן קאליפאט מיט אימפעריאליסטישע אמביציעס
-
דער מיטל-מזרח איז מסתמא דאס קאמפליצירסטע פלאץ אויף דער וועלט, מיט חשבונות און פארבינדונגען הין און צוריק וואס פאדערט א גאונ'ישן קאפ נאכצופאלגן און פארשטיין. — א טיילווייז בילד פון אליאנצן צווישן שותפות וואס זענען אויך שונאים.
-
וואספארא לאנד איז דאס 'קאטאר' וואס פארהאנדלט מיט כאמאס און באווייזט זיך שטענדיג ווען ס'מאכן זיך קאנפליקטן אינעם מיטל-מזרח? וואס ווילן זיי און וואו ליגט זייער כח?
-
בלוט און בלוט: וואס מיינען די פארשידנערליי 'בלוט טייפּס'? וואס מאכט זיי אנדערש איינס פון צווייטן? און פארוואס מוז א מענטש באקומען דווקא דעם זעלבן בלוט-טייפּ?
-
פון וואו קומען די טויזנטער ראקעטס וואס פליען אומאויפהערליך אויף ארץ ישראל? וויאזוי קענען זיי נאך שיסן נאך אזויפיל אטאקעס?
-
וואס איז דער דזשאב פונעם קאנגרעס-ספיקער? וואס איז די גדולה מיט דער פאזיציע, אז מ'זאל זיך איבער איר אזוי ארומקריגן?
-
כאמאס און כעזבאלא זענען ארעמס פון איראן. פארוואס שטייט יעצט כעזבאלא און די אנדערע איראנישע מיליצעס אין סיריע ביי דער זייט?
-
אידן טארן היינט געזעצליך נישט וואוינען אין סאודי אראביע, אבער אמאל האט דארט עקזיסטירט א גרויסע, רייכע אידישע שטאט. — די טויזנט-יעריגע אידישע געשיכטע פון מעדינא
-
טויזנטער עזה-איינוואוינערס שטייען ביי דער גרעניץ מיט דער שכינות'דיגער עגיפטן, אבער קענען נישט דורכגיין. פארוואס האט די מוסולמענישע מצרים פארשלאסן אירע טויערן פאר די אראבער פון עזה?
- Mehr anzeigen